Lorem ipsum dolor sit amet, consectetur adipiscing elit. Viverra tristique laoreet ut elementum cras cursus. Morbi morbi at diam.
אין דעם קורס, וועט איר גוט אפלערנען די טיפע סוגיות פון הלכות ריבית. דעם נושא איז קריטיש וויכטיג פאר יעדער בעל פרנסה, און קנין הוראה האט זיך משתתף געווען מיט די וועלט בארימטן בית הוראה לעניני ריבית בראשות הרה"ג ר' פינחס וינד שליט"א צו אהערשטעלען אן אייגנארטיגען קורס, מיוחד פאר לומדי קנין הוראה. דער שיעור איז איין מאל א וואך זונטאג, און אפילו א פארנומענע ביזנעסמאן קען עס מיטהאלטען.
אין דעם קורס, וועט איר לערנען אלע סוגיותההלכה וואס זענען נוגע פאר דעם ערליכען בעל פרנסה. דער שיעור איז איין מאל א וואך זונטאג, און אפילו א פארנומענע ביזנעסמאן קען עס מיטהאלטען. אלע עניני הלכה זענען וויכטיג אבער דא קענט איר איבערדרייען אייער עסק פון א גאנצע טאג צו אן עסק פון תורה און עבודת השם.
ביי די נתיב הטהרה פון קנין הוראה וועט איהר קענען קלאר אין גרינטלעך לערנען און חזר'ן הלכות נדה מרישא ועד גמירא, פון די יסודות ביז הלכה למעשה, מיט פארשידענע שאלות וואס קומען פאר למעשה, דורכגעטון סיי די הלכה חלק אין סיי די פראקטישע חלקים.
איר האט אלס געוואלט קענען הלכות שבת אבער נישט געהאט די דרייסטקייט זיך אריינצולאזען אין די פארצווייגטע סוגיות? שבת איז יעדע וואך. גרייט אייך צו מיט די נתיב השבת פון קנין הוראה ווי איר וועט קונה זיין הלכות שבת אין איין יאר.
וויפיל מאל האט זיך שוין געמאכט א שאלה אין קאך און דו האסט געטראכט "פארוואס זאל איך נישט קענען די הלכות פון כשרות?" ברוך הבא צו קנין הוראה. אין אונזער נתיב הוראת איסור והיתר וועט איר אין אן איין-יאר סעריע שיעורים קונה זיין די ידיעות צו באהאנדלען קאמפליצירטע שאלות אין כשרות. איר וועט ווערן באגלייט מיט אונזער באלערנדע חוברות מלא תוכן, וועכענטליכע שיעורים, און א מגיד שיעור מומחה צו ענטפערען אלע שאלות.
ערהאלט א תעודת הוראה וואס פארצייכענט אייער בקיאות אין הלכה, בחתימת וועד רבני קנין הוראה
אונזער קורסעס