סמיכה פון
רבנים מובהקים שליט"א
ווען איר לערנט מיט אונזער פראגראם, וועלען מיר אייך באגלייטען ביז צום פארהערען ביי גדולי רבני בארא פארק און מיר וועלען אייך העלפען צו באקומען שימוש למעשה אין שאלות המצויות.
ביי די נתיב הטהרה פון קנין הוראה וועט איהר קענען קלאר אין גרינטלעך לערנען און חזר'ן הלכות נדה מרישא ועד גמירא, פון די יסודות ביז הלכה למעשה, מיט פארשידענע שאלות וואס קומען פאר למעשה, דורכגעטון סיי די הלכה חלק אין סיי די פראקטישע חלקים.
זענט איהר א כולל יונגערמאן וואס וויל זיך משלים זיין בדרכי הוראה אין הלכות נדה ? זענט איהר א בעל הבית וואס וויל קענען גוט הלכות נדה מיט א קלארקייט?
ביי די נתיב הטהרה פון קנין הוראה וועט איהר קענען קלאר אין גרינטלעך לערנען און חזר'ן הלכות נדה מרישא ועד גמירא, פון די יסודות ביז הלכה למעשה, מיט פארשידענע שאלות וואס קומען פאר למעשה, דורכגעטון סיי די הלכה חלק אין סיי די פראקטישע חלקים.
אסאך יונגעלייט לערנען אין כולל יורה דעה חלק ב' וואס איז כולל הלכות נדה, אבער צוויי סיבות זענען גורם אן אימקלארקייט אין די הלכה למעשה, 1. די חסרון פון נישט חזר'ן בכלל אדער נישט חזר'ן ריכטיג. 2. גדול שימושה יותר מלימודה, דהיינו: א גרויסע טייל פון די שאלות וואס קומען פאר ביי יעדער יונגערמאן אין שטוב זענען נישט אויסגעשמועסט בפירוש אין שו"ע, נאר זיי זענען שאלות וואס פאדערט ליבון ושימוש לדמות מלתא למלתא.
אסאך ערליכע יונגעלייט וואס זענען טרוד על המחיה ועל הכלכלה, האבען בכלל נישט געהאט די הזדמנות צו לערנען די הלכות אין כולל צוליב פארשידענע סיבות. זיי ווילען וויסען וואס איז מותר וואס איז אסור, אין וואס פאדערט שיקול הדעת פון א מורה הוראה לדון לגופו של ענין.
נתיב הטהרה פון קנין הוראה וועט בס"ד זיין א לעזונג, פארגעלערענט מיט א קלארקייט דורך הרה"ג ר' שלמה אפל שליט"א דומ"ץ ויז'ניץ ב.פ., די שיעורים וועלען איבערגעגעבען ווערען פערזענליך אין שו"ע אינעווענדיג, אויסשמועסענדיג די פארשידענע מציאות אין שאלות וואס קומען פאר, ביז די הלכה למעשה.
עז וועט זיין קונטרסים פון הסברה אין סיכומים צוגעשטעלט כדי צו קענען חזר'ן די לימודים מיט א קלארקייט, ווי אויך באשטימטע צייטען פאר חזרה אויף די לימודים.
ווי אויכעט וועט זיין עקסטער שיעורים מיוחדים פאר שימושה של תורה בעניני 'מראות הדמים' 'כתמים' וכדומה, ווי מען וועט קענען הערן אין קונה זיין דרכי הוראה להלכה למעשה, וואס הרב אפל שליט"א האט קונה געווען מרבותיו מגדולי ההוראה בדורינו שליט"א.
ווען איר לערנט מיט אונזער פראגראם, וועלען מיר אייך באגלייטען ביז צום פארהערען ביי גדולי רבני בארא פארק און מיר וועלען אייך העלפען צו באקומען שימוש למעשה אין שאלות המצויות.
אונזער מגידי שיעור זענען עקספערטען אין דעם פעלד און צייכענען זיך אויס מיט קלארקייט און פראקטיק. יעדער מגיד שיעור איז איבערגעגעבען צו זעהן די הצלחה פון זיינע תלמידים פארזיכערענדיג אז איר זענט גרייט פאר די בחינות.
מיר האבען בסייעתא דשמיא אהערגעשטעלט הערליכע חוברות-עזר: קונטריסים אויף יעדע נושא אין א קלארע לייכטע שפראך. ציורים און טבלאות פארזיכערן אז איר וועט אלעס פארשטיין מיט א קלארקייט און די קלארע סיכומים נעמען אלס צוזאם אז איר זאלט עס גוט קענען און געדענקען.
אונזער ערפארענע שטאב איז אייביג דא פאר אייך, צו ענטפערן סיי וועלכע שאלות, בשעת השיעור און אויך אין אלע אנדערע זמנים. א הערליכע קשר ווערט אויך אויפגעבויט צווישען די משתתפי השיעור.
אונזערע ספעציעלע חוברות-עזר זענען צוזאמגעשטעלט דורך אונזער אייגענע מומחים בהלכה והוראה, פון די ווערטער פונ'עם שלחן ערוך און פוסקים, צו אונזערע ספעציעלע סיכומים, ציורים און טבלאות. מיר האבען בס"ד אהערגעשטעלט תוכן וואס וועט אפעלירן צו אלע סארט לערנער. צו איר לערנט בעסער דורך, שיעורים, ספרים אדער ציורים, וועט איר אייך טרעפעפן אייער פלאץ מיט א גוטע דרך קונה צו זיין די הלכות.