סמיכה פון
רבנים מובהקים שליט"א
ווען איר לערנט מיט אונזער פראגראם, וועלען מיר אייך באגלייטען ביז צום פארהערען ביי גדולי רבני בארא פארק און מיר וועלען אייך העלפען צו באקומען שימוש למעשה אין שאלות המצויות.
אין דעם קורס, וועט איר גוט אפלערנען די טיפע סוגיות פון הלכות ריבית. דעם נושא איז קריטיש וויכטיג פאר יעדער בעל פרנסה, און קנין הוראה האט זיך משתתף געווען מיט די וועלט בארימטן בית הוראה לעניני ריבית בראשות הרה"ג ר' פינחס וינד שליט"א צו אהערשטעלען אן אייגנארטיגען קורס, מיוחד פאר לומדי קנין הוראה. דער שיעור איז איין מאל א וואך זונטאג, און אפילו א פארנומענע ביזנעסמאן קען עס מיטהאלטען.
אויב אמאל איז די עיקר האנדל אין שטעטל באשטאנען צווישן דער שוסטער און דער בעקער אדער ביים שענק, און די עיקר הלכות הנוגע בכל יום האט געמיינט זיך צו לערנען וויאזוי צו זאלצן און כשר'ן דאס הינדל און ריבית איז געוועהן נוגע פאר דער גביר אין שטאט. איז היינט די מצב אנדערש לגמרי, איינער וואס איז עוסק על המחיה וכלכלה קען זיך מאכן א ספק אין הלכות ריבית ביים ביזנעס אין יעדע צייט זאל עס זיין אויף א ביזנע"ס-לאו"ן אדער אריבערשיקן געלט צו אן אנדער לאנד, אזוי איז דא א לאנגע ליסטע פון שאלות און ספיקות וואס טרעפן זיך אין אפיס טאג-טעגליך, און אזוי איז היינט ביי יעדן איינער- אפילו אן אינגערמאן אין כולל- פארמאגט יעדע א באנק-אקאונ"ט אדער קרעדיט קארטלעך, צו זאל עס זיין א פעימענ"ט-פלאן אדער פשוט'ע שכר-לימוד, איז עס א געוואלדיגע קנין צו האבן א קלארקייט אין הלכות ריבית מיט די סוגיא אין די הענט כמונח בקופסא.
במשך די קומענדיגע יאר הבעל"ט וועלן ווערן איבערגעגעבן די שיעורים דורך הגאון רבי פינחס ווינד שליט"א אליין (געוויסע שיעורים וועלן ווערן איבערגעגעבן דורך לאקאלע רבנים חשובים שליט"א) וועלכע וועט פארלערנען פאר די חברי החבורה- סיי בני תורה און סיי בעלי בתים חשובים- אינערווייניג אין שולחן ערוך הלכות ריבית פון די פשוטע יסודות ביז הלכה למעשה.
אויך זענען געדרוקט געווארן קונטריסים און חומר סעפעציעל אויסגעשטעלט פאר דעם פראגראם און אזוי אויך וועט כסדר זיין בחינות זיך צו קענען איבערצייגן אין די אייגענע הצלחה און ידיעה אין הלכות ריבית בס"ד.
צום סוף וועלן די גליקליכע משתתפי החבורה וואס האבן מיטגעהאלטן מרישא עד גמירא און זענען בקיאים בהלכות ריבית ערהאלטן תעודות פונעם בית הוראה לעניני ריבית. און מער ווי דעם אלעם וועט איר ערהאלטן דער טעם און הרגשה וואס איז נישט דא אין גלייכן- זייענדיג א תלמיד חכם וואס האט ביי זיך אין די האנט די זעלטענע און שלימות'דיגע קנין פון גאנץ הלכות ריבית כמונח בקופסא.
ווען איר לערנט מיט אונזער פראגראם, וועלען מיר אייך באגלייטען ביז צום פארהערען ביי גדולי רבני בארא פארק און מיר וועלען אייך העלפען צו באקומען שימוש למעשה אין שאלות המצויות.
אונזער מגידי שיעור זענען עקספערטען אין דעם פעלד און צייכענען זיך אויס מיט קלארקייט און פראקטיק. יעדער מגיד שיעור איז איבערגעגעבען צו זעהן די הצלחה פון זיינע תלמידים פארזיכערענדיג אז איר זענט גרייט פאר די בחינות.
מיר האבען בסייעתא דשמיא אהערגעשטעלט הערליכע חוברות-עזר: קונטריסים אויף יעדע נושא אין א קלארע לייכטע שפראך. ציורים און טבלאות פארזיכערן אז איר וועט אלעס פארשטיין מיט א קלארקייט און די קלארע סיכומים נעמען אלס צוזאם אז איר זאלט עס גוט קענען און געדענקען.
אונזער ערפארענע שטאב איז אייביג דא פאר אייך, צו ענטפערן סיי וועלכע שאלות, בשעת השיעור און אויך אין אלע אנדערע זמנים. א הערליכע קשר ווערט אויך אויפגעבויט צווישען די משתתפי השיעור.
אונזערע ספעציעלע חוברות-עזר זענען צוזאמגעשטעלט דורך אונזער אייגענע מומחים בהלכה והוראה, פון די ווערטער פונ'עם שלחן ערוך און פוסקים, צו אונזערע ספעציעלע סיכומים, ציורים און טבלאות. מיר האבען בס"ד אהערגעשטעלט תוכן וואס וועט אפעלירן צו אלע סארט לערנער. צו איר לערנט בעסער דורך, שיעורים, ספרים אדער ציורים, וועט איר אייך טרעפעפן אייער פלאץ מיט א גוטע דרך קונה צו זיין די הלכות.