סמיכה פון
רבנים מובהקים שליט"א
ווען איר לערנט מיט אונזער פראגראם, וועלען מיר אייך באגלייטען ביז צום פארהערען ביי גדולי רבני בארא פארק און מיר וועלען אייך העלפען צו באקומען שימוש למעשה אין שאלות המצויות.
איר האט אלס געוואלט קענען הלכות שבת אבער נישט געהאט די צייט און כח זיך אריינצולאזען אין די פארצוויגטע סוגיות? כאפט אייך מיט מיט די געוואלדיגע סדר השיעורים פון קנין הוראה און לערן גוט דורך הלכות שבת דורכאויס צוויי יאר פון שיעורים.
הלכות שבת איז א מקצוע אין הלכה מיט אזוי פיל פארנעפעלטע פרטים, דאס פירט צו אזוי פיל שאלות. אפילו איינער וואס האט געלערנט הלכות שבת וועט געווענליך נישט געדענקען אלעס וואס ער האט געלערנט און די הלכה למעשה ביי פארשידענע פעלער, ווי למשל: מעג איך צולייגען וואסער צו די קראקפאט? מעג איך ריקען די שוועבלעך פונ'עם שבת טיש? איך האב געלאזט מיין פאון אויף מיין בעט פאר שבת, וויאזוי וועל איך זיך לייגען?
די משתתפים אין די נתיב השבת פון קנין הוראה טוען דורך הלכות שבת אויף א אופן וואס זיי האבען קיינמאל בעפאר נישט געלערנט. ספעציעלע חוברות-עזר זענען אהער געשטעלט געווארען צו ארויסברענגען די קלארקייט פון יעדער קליינער דעטאל.
אויב האט איר אלס געוואלט קענען הלכות שבת, אבער איר האט עס אפגעשטופט צוליב איר קאמפליצירטקייט, איז די נתיב השבת פון קנין הוראה בעזהשי"ת די שליסל צו פארווירקליכען אייער חלום.
די לימוד וועט דעקן גאנץ הלכות שבת, אנגעהויבען פון טור בית יוסף, צוזאמען מיט די שלחן ערוך און נושאי כלים. דער מגיד שיעור וועט קלאר אויסשמועסען די הלכה למעשה פון היינטיגע פוסקים.
ווען איר לערנט מיט אונזער פראגראם, וועלען מיר אייך באגלייטען ביז צום פארהערען ביי גדולי רבני בארא פארק און מיר וועלען אייך העלפען צו באקומען שימוש למעשה אין שאלות המצויות.
אונזער מגידי שיעור זענען עקספערטען אין דעם פעלד און צייכענען זיך אויס מיט קלארקייט און פראקטיק. יעדער מגיד שיעור איז איבערגעגעבען צו זעהן די הצלחה פון זיינע תלמידים פארזיכערענדיג אז איר זענט גרייט פאר די בחינות.
מיר האבען בסייעתא דשמיא אהערגעשטעלט הערליכע חוברות-עזר: קונטריסים אויף יעדע נושא אין א קלארע לייכטע שפראך. ציורים און טבלאות פארזיכערן אז איר וועט אלעס פארשטיין מיט א קלארקייט און די קלארע סיכומים נעמען אלס צוזאם אז איר זאלט עס גוט קענען און געדענקען.
אונזער ערפארענע שטאב איז אייביג דא פאר אייך, צו ענטפערן סיי וועלכע שאלות, בשעת השיעור און אויך אין אלע אנדערע זמנים. א הערליכע קשר ווערט אויך אויפגעבויט צווישען די משתתפי השיעור.
אונזערע ספעציעלע חוברות-עזר זענען צוזאמגעשטעלט דורך אונזער אייגענע מומחים בהלכה והוראה, פון די ווערטער פונ'עם שלחן ערוך און פוסקים, צו אונזערע ספעציעלע סיכומים, ציורים און טבלאות. מיר האבען בס"ד אהערגעשטעלט תוכן וואס וועט אפעלירן צו אלע סארט לערנער. צו איר לערנט בעסער דורך, שיעורים, ספרים אדער ציורים, וועט איר אייך טרעפעפן אייער פלאץ מיט א גוטע דרך קונה צו זיין די הלכות.