סמיכה פון
רבנים מובהקים שליט"א
ווען איר לערנט מיט אונזער פראגראם, וועלען מיר אייך באגלייטען ביז צום פארהערען ביי גדולי רבני בארא פארק און מיר וועלען אייך העלפען צו באקומען שימוש למעשה אין שאלות המצויות.
אין דעם קורס - איסור והיתר שנה ב - וועט מען גרינטליך איבערחזר'ן די לימודי יורה-יורה וואס איר האט שוין געלערנט. ווי אויך צו לערנען אנדערע וויכטיגע הלכות פון יורה דעה. אין דעם איין-יאר סעריע שיעורים [געאייגנט פאר אזעלכע וואס האבן שוין געלערנט בב"ח און תערובות] וועט איר קונה זיין די ידיעות צו באהאנדלען סיי וועלכע שאלות אין כשרות. איר וועט ווערן באגלייט מיט אונזער באלערנדע חוברות מלא תוכן, וועכענטליכע שיעורים, און א מגיד שיעור מומחה צו ענטפערען אלע שאלות.
געווענטליך וועט א יונגערמאן לערנען איסור והיתר אין כולל תיכף נאך זיין חתונה. איין מאל ער הייבט אן בויען זיין שטוב ווערט ער אוטאמאטיש פארנומען צו פארזארגן פרנסה פאר זיין וואקסנדע געזונדל. א חלום פון נעמען צייט זיך אוועקזעצן לערנען הלכות וואס זענען אזוי נוגע צו זיין לעבן הייבט אן אויסזעהן ווי א ווייטע פאנטאזיע. ער האט קוים צייט צו לערנען זיין טעגליכע שיעור מיט זיין חברותא, שוין אפגערעדט פון זיך אריין צו לאזען אין טיפע פארצוויגטע סוגיות פון שו"ע און פוסקים.
מיט קנין הוראה איז סמיכה יעצט א גרינג גרייכענדע ציל פאר אזוי פיל אינגעלייט.
די שיעורים ווערען פארגעלערנט דורך הרב יוחנן טווערסקי שליט"א וועלכע איז באקאנט פאר זיין אויסערגעווענליכע בקיאות און שטארקע כח הסברה: רב טווערסקי וועט איבערגעבען שיעורים און פערזענליך באגלייטען יעדען תלמיד צו פארזיכערען זיין הצלחה.
יעדער תלמיד באקומט הערליכע קונטריסים אויף יעדע נושא אין א קלארע לייכטע שפראך. ציורים און טבלאות פארזיכערן אז איר וועט אלעס פארשטיין מיט א קלארקייט און די קלארע סיכומים נעמען אלס צוזאם אז איר זאלט עס גוט קענען און געדענקען.
יעדער שיעור איז רעקארדירט און אויב פארפאסט מען א שיעור קען מען דאס גרינגערהייט משלים זיין או איבערחזר'ען: נאכאמאל און נאכאמאל!
נאך א גאנצע יאר פון שווערע הארוואניע וועט יעדער תלמיד - וואס איז אריבער די בחינות בהצלחה -עררייכען זיין וואויל פארדינטע תעודת הוראה בחתימת די חשובע רבנים וואס האבען אים פארהערט ווי הרה"ג רבי מיכל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ סקווירא, און אנדערע חשובע רבנים.
אויב האט איר אייביג געוואלט קענען איסור והיתר אבער איר זענט פשוט נישט אנגעקומען דערצו, קען דאס זיין אייער שליסעל צו ערמעגליכען דעם חלום!
די לימוד וועט איבער חזר'ן די הלכות פון בשר בחלב, תערובות און מליחה און אויך צולייגען הלכות וואס זענען נוגע צו כשרות ווי ביצים, תולעים, מאכלי עכו"ם נאמנות בכשרות, טבילת כלים וכדו' ביז צו די פראקטישע הלכה למעשה ביי אייך אינדערהיים.
ווען איר לערנט מיט אונזער פראגראם, וועלען מיר אייך באגלייטען ביז צום פארהערען ביי גדולי רבני בארא פארק און מיר וועלען אייך העלפען צו באקומען שימוש למעשה אין שאלות המצויות.
אונזער מגידי שיעור זענען עקספערטען אין דעם פעלד און צייכענען זיך אויס מיט קלארקייט און פראקטיק. יעדער מגיד שיעור איז איבערגעגעבען צו זעהן די הצלחה פון זיינע תלמידים פארזיכערענדיג אז איר זענט גרייט פאר די בחינות.
מיר האבען בסייעתא דשמיא אהערגעשטעלט הערליכע חוברות-עזר: קונטריסים אויף יעדע נושא אין א קלארע לייכטע שפראך. ציורים און טבלאות פארזיכערן אז איר וועט אלעס פארשטיין מיט א קלארקייט און די קלארע סיכומים נעמען אלס צוזאם אז איר זאלט עס גוט קענען און געדענקען.
אונזער ערפארענע שטאב איז אייביג דא פאר אייך, צו ענטפערן סיי וועלכע שאלות, בשעת השיעור און אויך אין אלע אנדערע זמנים. א הערליכע קשר ווערט אויך אויפגעבויט צווישען די משתתפי השיעור.
אונזערע ספעציעלע חוברות-עזר זענען צוזאמגעשטעלט דורך אונזער אייגענע מומחים בהלכה והוראה, פון די ווערטער פונ'עם שלחן ערוך און פוסקים, צו אונזערע ספעציעלע סיכומים, ציורים און טבלאות. מיר האבען בס"ד אהערגעשטעלט תוכן וואס וועט אפעלירן צו אלע סארט לערנער. צו איר לערנט בעסער דורך, שיעורים, ספרים אדער ציורים, וועט איר אייך טרעפעפן אייער פלאץ מיט א גוטע דרך קונה צו זיין די הלכות.