סמיכה פון
רבנים מובהקים שליט"א
ווען איר לערנט מיט אונזער פראגראם, וועלען מיר אייך באגלייטען ביז צום פארהערען ביי גדולי רבני בארא פארק און מיר וועלען אייך העלפען צו באקומען שימוש למעשה אין שאלות המצויות.
איר גייט אין מקוה יעדן טאג? איר זוכט צו קענען דער אומבאקאנטע מקצוע? איר קלערט צו בויען א מקוה? מקוה פארנעמט גאר א חשוב ארט אין אידישקייט. לערנט וואס גייט אריין אין א מקוה, פארשטייט גוט די סוגיא און באקען זיך מיט אלע שיטות, לערן פון מומחים אינעם פעלד
די מצוה פון מקוה איז די יסוד פון טהרת ישראל פאר טויזענטער יאר. אין אלע דורות האבען אידן זיך מוסר נפש געווען פאר דעם מצוה.
צו בויען א מקוה איז נישט קיין פשוט'ע זאך, לערנען די הלכות פארלאנגט שעות פון השקעה אין די פארצוויגטע לימוד ווי אויך שימוש אויף למעשה
משתתפי השיעור וועלען גוט דורךלערנען אלע הלכות און מהגים פון בויען א מקוה, זיי וועלען פארשטיין וואס גייט אריין אין א מקוה און וועלכע שאלות קענען ארויפקומען.
מ'וועט גוט דורך טוהן הלכות מקוואות אינערוויניג אין שלחן ערוך מיט פוסקים, ס'וועט אויך זיין שיעורים אין למעשה, ווי מ'וועט דורך טוהן פארשידענע מקוואות און וויאזוי זיי זענען צוזאמגעשטעלט
ווען איר לערנט מיט אונזער פראגראם, וועלען מיר אייך באגלייטען ביז צום פארהערען ביי גדולי רבני בארא פארק און מיר וועלען אייך העלפען צו באקומען שימוש למעשה אין שאלות המצויות.
אונזער מגידי שיעור זענען עקספערטען אין דעם פעלד און צייכענען זיך אויס מיט קלארקייט און פראקטיק. יעדער מגיד שיעור איז איבערגעגעבען צו זעהן די הצלחה פון זיינע תלמידים פארזיכערענדיג אז איר זענט גרייט פאר די בחינות.
מיר האבען בסייעתא דשמיא אהערגעשטעלט הערליכע חוברות-עזר: קונטריסים אויף יעדע נושא אין א קלארע לייכטע שפראך. ציורים און טבלאות פארזיכערן אז איר וועט אלעס פארשטיין מיט א קלארקייט און די קלארע סיכומים נעמען אלס צוזאם אז איר זאלט עס גוט קענען און געדענקען.
אונזער ערפארענע שטאב איז אייביג דא פאר אייך, צו ענטפערן סיי וועלכע שאלות, בשעת השיעור און אויך אין אלע אנדערע זמנים. א הערליכע קשר ווערט אויך אויפגעבויט צווישען די משתתפי השיעור.
אונזערע ספעציעלע חוברות-עזר זענען צוזאמגעשטעלט דורך אונזער אייגענע מומחים בהלכה והוראה, פון די ווערטער פונ'עם שלחן ערוך און פוסקים, צו אונזערע ספעציעלע סיכומים, ציורים און טבלאות. מיר האבען בס"ד אהערגעשטעלט תוכן וואס וועט אפעלירן צו אלע סארט לערנער. צו איר לערנט בעסער דורך, שיעורים, ספרים אדער ציורים, וועט איר אייך טרעפעפן אייער פלאץ מיט א גוטע דרך קונה צו זיין די הלכות.