האבנדיג אדורכגעלערנט הלכות מליחה מתוך עמל ויגיעה האבן די חשובע משתתפים אין די חבורות פון איסור והיתר געהאט די געלעגענהייט און געגאנגען אינאיינעם מיט'ן ראש החבורה הגאון ר' יוחנן טווערסקי שליט"א, צו צוויי גרויסע בתי שחיטה אין ניו יארק, מיטצוהאלטן און צוזעהן פון דער נאנט די אלע הלכות וואס מ'האט נארוואס קונה געוועהן.
צומערשט איז מען אנגעקומען צום בית השחיטה הגדולה ומהודרת ד'קרית יואל ווי מ'האט זיך צוגעקוקט מיט גרויס אינטערעסע צו די גאנצע סדר מליחה והדחה. אויפ'ן ארט איז געוועהן אנוועזענד הרה"ג ר' הירש ליב בערנשטיין שליט"א מרבני קיט"ל בוויליאמסבורג וחבר וועד הכשרות ד'קרית יואל וואס האט אנגעוויזן פארשידענע הלכות און דינים ביים זאלצן און רייניגן. דערנאך איז מען אריבער צום בית השחיטה "פלא" אין סוואן לעיק, ווי אויך דארט האט מען געהאט די געלעגענהייט צו זעהן און ארויסהאבן די הילכתא מיט א קלארקייט און זיך באהעפטן מיט די "למעשה" וויאזוי הלכות מליחה גייט צו בזמנינו.
האלטנדיג שוין באלד ביי סוף יאר הערט מען ב"ה כסדר פון די חברי החבורה ווי זיי דרוקן אויס זייער גרויס שמחה וחדוה אז זיי האבן די זכיה צו זיין באלד א יאר צייט אין קנין הוראה, און צו זיין באהאפטן צום שלחן ערוך.
אנהייבנדיג פון די ערשטע מינוט ווען מ'איז א חלק פון די חבורה, זענען אלע מעיד אז פנים חדשות באו לכאן. דער רב וראש החבורה קניפט גלייך אן א קשר מיט יעדע משתתף, און מיט זיין געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט און כח ההסברה מאכט ער זיכער אז דער אינגערמאן איז קלאר און באקוועם אין זיין מקצוע, און אז אלעס פארט געשמירט און געשמאק. אזוי אז במשך די גאנצע מחזור הלימודים שפירן די אינגערלייט כולם כאחד ווי די הילכתא איז זייער'ס און אלע הלכות ליגן ביי זיי אין די האנט מיט א בהירות און קלארקייט.
און יעצט האלט מען שוין ב"ה ביים שניידן די הויפענעס פירות.
אין די קומענדיגע וואך פארענדיגט זיך די הרשמה פאר די פרישע חבורות וועלעכע זענען שוין מער-ווייניגער אנגעפילט מיט צענדליגע אינגערלייט וואס וועלן אנטיילנעמען אין די נייע סעריע שיעורים וועלעכע פאנגן זיך אט אט אן, און די רעגיסטראציע אפיס האלט זיך אט אט ביים פארמאכן. כאפט אייך מיט און זייט אויך טועם טעמה של תורה צוזאמען מיט נאך אסאך אינגערלייט וואס שפירן אט דער זיסקייט פון הלכה טאג טעגליך.
קנין הוראה צוזאמען מיט בארימטע בית הוראה לעניני ריבית - ברית פינחס בראשות הרה"ג ר' פנחס ווינד שליט"א