רייכע שעות פיל מיט תענוג רוחני און ריכטיגע שמחה של מצוה זענען אריבער אויף די קרוב צו 200 לומדי מפעל קנין הוראה, ווען דעם פארגאנגענעם יום א' סליחות האט מען אפגעצייכענט ברוב פאר והדר ומתוך שבח והודיה א יאר צייט וואס אלע לומדי החבורות זענען אריבער דער מחזור הלימודים בהצלחה גדולה ובסייעתא דשמיא נפלאה, און זוכה געוועהן צו קונה זיין וועלטן פון הלכה מיט א בקיאות און א שלימות.
Click Here for the full Magazine about the event
דער מעמד מהודר איז געוועהן אין די נייע און פראכטפולע אולם הייטנער וואס איז געוועהן אויסגעשטעלט אויף א הערליכע פארנעם מיט א סעודת מצוה לכבודה של תורה, אויסער די גליקליכע און דערהויבענע חברי החבורות זענען אויך די משפחות זיך געקומען מיטפרייען ביים אמת'דיגע שמחה פון זייער טאטע, קינד וכדו'. אויפ'ן הערליכן אויבנאן האט זיך אנגעזעהן א רייע חשובע רבנים וגאונים שליט"א סיי די רבני המפעל, און אויך רבנים וואס האבן פארהערט אלע לומדי החבורות, און זענען ארויס מלא התפעלות פון די געוואלדיגע קלארקייט און בקיאות ביי די נבחנים, זענען געקומען ארויסווייזן הוקרה פאר די בעלי שמחה שנתעטרו בכתר ההלכה.
מיט פאסיגע ווערטער האט דער חשוב'ע מנהל הרב פינחס וואהלהענדלער שליט"א מקדים געוועהן בברכה דעם גאנצע ציבור, דער מנהל האט ארויסגעברענגט ווי שטארק ס'איז צוגעפאסט צום מעמד די גמרא פון אמר אביי כי חזינא צורבא מרבנן דשלים מסכתיה, עבדינא יומא טבא לרבנן. ס'מאכט זיך טאקע כסדר אז אידן ענדיגן מסכתות אבער אזא פאל ווי היינט ווען ס'איז ביי אלע מסיימים געוועהן "מסכתיה"- זייער אייגענע מסכת, מקצועות וואס מ'האט זיך דערמיט מחבר געוועהן און קונה געוועהן מיט אזא בקיאות און שלימות, איינער איז ארויסגעקומען מיט הלכות שבת, א צווייטער מיט דיני ממונות א.א.וו. איז עס טאקע א באזונדערע יומא טבא לרבנן.
דערנאך האט ער אויפגערופן הגה"צ ר' יוחנן טווערסקי שליט"א, ראש החבורות. דער דיין שליט"א האט צום ערשט אנגעהויבן מיט א פרעזענליכע מעשה רב וואס ער האט צוגעזעהן ביי הגה"צ ר' יחזקא' ראטה זצ"ל גאב"ד קארלסבורג, אז ווען אינגעלייט האבן זיך פארהערט ביי אים מקצועות בהלכה פלעגט ער דאס פארעכענען ווי א סיום מסכת, עד כדי כך אז אין די ניין טעג פלעגט ער זיך אויפשטעלן טאנצן נאכ'ן פארהערן א גאנצע הילכתא. דער דיין האט אנגעהויבן במשנתו פון ספה"ק תפארת שלמה אויף די ימי הסליחות, אז ביי די סיום פון יעדע מסכת קומען אראפ אלע תנאים ואמוראים וואס מ'האט דערמאנט ביים לערנען די מסכת און זענען משפיע רחמים וחסדים, דאס זעלבע איז חודש אלול קומען אראפ אלע מצוות ומעשים טובים פון א גאנץ יאר. מיט א טרעפליכע משל האט דער דיין ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שטארקייט און עקשנות פון די לומדי החבורות וואס האלטן אן בעוז ותעצמות און זענען מחובר מיט די לימודים עד הסוף.
דער דיין האט באוואונדערט אז ס'איז נישט נאר די שעה-צוויי א וואך ביים שיעור, נאר די חבורות ברענגן אריין א קשר פון די לומדים צו די הילכתא, די אינגערלייט לייגן אריין פון זיך אליין אייגענע צייט און הארעוואניע מיט'ן לערנען און חזר'ן די לימודים אין פרייע צייט, וואס האט שטארק צוגעברענגט צום שלימות און א קנין. דער דיין האט מסיים געוועהן בברכה אז די אלע גליקליכע מסיימים זאלן זוכה זיין צו גיין ווייטער מחיל אל חיל און זאלן ווייטער קענען לערנען נאך און נאך מקצועות, ובברכת שנת גאולה וישועה.
נאך זיין דרשה האט הגה"צ ר' יוחנן אויפגערופן דער קראלע דיין, הרה"ג ר' ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א אליין א לומד במסגרת קנין הוראה זאל זאגן אפאר ווערטער לכבוד המעמד.
דער רב האט צומערשט ארויסגעברענגט רגשי לבבו צו רעדן בתוך קהל ועדה קדושה – אידן וואס לערנען און הארעווענען אויף גאנצע מקצועות בהלכה. ער האט דערמאנט אן ענין וואס הגה"צ ר' אברהם הירש וואזנער שליט"א אב"ד ור"מ קיט"ל ד'סאטמאר אין מאנסי האט אים געזאגט אז היינט צוטאגס איז זייער וויכטיג אז עס זאלן זיין באזונדערע דיינים וואס זענען אויסגעקאכט אויף מקצועות ההלכה. איין דיין א בקי אויף הלכות שבת, א צווייטער דיין א מומחה בהלכות מקוואות, נאך א דיין צו פרעגן אויף א שווערע ממונות שאלה א.א.וו. ער האט צוגעלייגט אז איינמאל מ'טאנצט אריין דערין וויל מען שוין קונה זיין נאך א מקצוע און נאך א מקצוע, ביז מען איז טאקע זוכה לדון ולהורות את המעשה אשר יעשון.
נאכ'ן ארומשמועסן איבער די ענין וויאזוי תורה לייכט אויף דאס גאנצע מענטש, און וויאזוי הלכה דערלייכט דער מענטש דעם ריכטיגן וועג, האט ער טאקע ארומגעשמועסט וואו די חברי החבורה האבן דאס טאקע געשפירט אין פולן זין פון ווארט, און ער זעלבסט האט דאס מיטגעהאלטן ביי זיין חבורה ווי יעדע שיעור איז פון פריש געוועהן נחמד למראה ואו"ר לעינים, און ווי יעדער האט געשפירט ווי יעדעס ווארט און אות שטימט הערליך און שיין.
בכלל האט ער באטאנט ווי מען האט זוכה געוועהן צו זעהן בחוש, אז איינמאל מ'איז זיך מחבר מיט די תורה, פאלן אוועק אסאך נסיונות און פראבלעמען פון היינטיגע צייטן, מ'איז פשוט ארומגענומען מיט אן אור"ה ושמח"ה דקדושה, וואס כל הון דעלמא קען צו אזא געפיל נישט צוברענגן.
דער רב האט איבערגעגעבן זיין פרעזענליכע עקספיריענ"ס אין קנין הוראה, וויאזוי צוזאמען בחבורה איז מען געשטיגן מיט א געוואלדיגע הצלחה.
דאן האט מען געהערט דברי ברכה פון הגאון רבי בנימין ברייער שליט"א דומ"ץ דקהל וויען ב"פ, דער חשוב'ע דיין האט אנגעוויזן וואו צוגעפאסט דער מעמד איז צו די יעצטיגע טעג, ווי ס'שטייט אין ספה"ק, אז דער אמת'ע תשובה איז דורך לימוד התוה"ק. דער רב האט אויך איבערגעגעבן זיין טיפע התפעלות פון די חשוב'ע חבורות וואס ער האט פארהערט, ער איז ארויס פון די כלים זעהנדיג ווי גדולי תלמידי חכמים ובעלי בתים ואברכים פון אלע מינים זענען געזעצן און גענטפערט כראוי וכנכון.
א טאטאלע שטילקייט האט געהערשט אין זאל ווען דער ציבור איז געזעצן און געשלינגען מיט דארשט די דרשה פונעם נואם הכבוד הגאון רבי ירמי' כ"ץ שליט"א ראש הכולל ומחבר ספרי תפארת למשה, דער רב זעלבסט איז יארן לאנג עומד בראש וראשון מעודד צו זיין לימוד ההלכה, און איז נעתר געווארן לבקשת ההנהלה צו קומען געבן דברי התחזקות וברכה און אויך די פאסיגע דברי חיזוק פאר די נשים צדקניות וואס שטייען מיט מסירת נפש לימינם פון די מענער שיחיו.
דער רב האט ארויסגעברענגט זיין פרעזענליכע הרגש פון באגייסטערונג וואס קומט ארויף ביי אים אין הארץ ביי אט דעם מעמד, וואס איז ווארשיינליך די הרגש פון אלעמען, געפילן וואס ס'איז שווער אריינצולייגן אין ווערטער, וויאזוי צענדליגע אידן- כלי קודש און בעלי בתים צוגלייך- האבן זוכה געוועהן צו עומד זיין על מבחן ההוראה מיט א געוואלדיגע הצלחה אוןסייעתא דשמיא.
דער רב האט מיט שטארקע ווערטער ארומגערעדט איבער די אויסטערלישע כח פון יעדן איינציגן איד, און אז מ'טאר זיך נישט לאזן פון די ארום זיך איינרעדן ביז וויפיל מ'קען דעגרייכן, אנצייגענדיג אויף "קנין הוראה" וואס האט באוויזן אהערצושטעלן קרוב צו 200 אינגערלייט וואס האבן קלארגעשטעלט אז אפילו בעלי בתים און שווערע ארבעטער האבן די מעגליכקייט צו ווערן מוסמכים ומצויינים בהלכה.
צום סוף האט ער מקדיש געוועהן באזונדערע דברי התחזקות צו די נשים צדקניות, דער ראש הכולל האט ארויסגעברענגט די אומשאצבארע זכות פון די חשוב'ע פרויען וואס געבן אוועק פון זיך אלעס אבי זייער מענער זאל קענען ארויסגיין מיט א קנין אין די האנט, זייער אומבאשרייבליכע מסירת נפש איז די יסוד פון די מענער'ס הצלחה, אזויווי רבי עקיבא איז צוריקגעקומען מיט זיינע 24,000 תלמידים און געזאגט שלי ושלכם שלה הוא.
ביים ענדע האט מען געהערט דבר הלומדים פון צוויי לומדי קנין הוראה וועלכע האבן ביידע פון טיפן הארצן ארויסגעברענגט זייערע געוואלדיגע הרגשים אז זיי האבן זוכה געוועהן צו זיין א חלק פון קנין הוראה.
צום ערשט האט מוה"ר ר' אלימלך ליטשפיעלד הי"ו ארויסגעברענגט וואס די יעצטיגע מאמענטן מיינען פאר אים און אסאך אנדערע מסיימים, און בו בזמן טוט מען זיך שוין אנגארטלען צו גיין מחיל אל חיל מיט נאך א הילכתא. ער האט מיטגעטיילט ווי ביי אים פרעזענליך איז דאס ענין געוועהן ווי א חלום און ב"ה מיט די כח האחדות פון די חבורה וואס איז ווי איין משפחה אינאיינעם מיט דער מגי"ש וואס איז מחזק ומעודד שטענדיג די גאנצע חבורה, איז מען אנגעקומען ביז אהער.
ער האט דערמאנט בשמו פונעם מגי"ש החבורה הרה"ג ר' שלמה אפל שליט"א רב דקהל הדרת קודש, וואס האט ממליץ געוועהן די באקאנטע ווערטער פונעם אוחה"ק אילו היו בני אדם מרגישים מתיקות ועריבות התורה לא יהיה חשוב בעיניהם כסף וזהב מעולם, אז אמאל דארף מען אינוועסטירן אפאר דאללער, אבער מ'קומט ארויס מיט געוואלדיגע קנינים נצחיים, און א זעלטענע סיפוק הנפש.
דערנאך האט גערעדט מוה"ר ר' יואל בערקאוויטש הי"ו וועלכע האט מיטגעהאלטן מיט עטליכע חבורות, וואס האט בנועם לשונו גערעדט איבער די געוואלדיגע מעלות פון לימוד ההלכה און נאכגעברענגט מפי ספרים וסופרים וויאזוי ס'איז אינו דומה דאס לעבן מיט הלכה צו א לעבן אן הלכה, ציטירענדיג פון ספרי רבותינו הפוסקים אז די עיקר מצות לימוד התורה איז דורך לימוד הלכה.
דערנאך האט ער מיטגעטיילט איבער וויאזוי נאכ'ן האבן א רצון צו לערנען הלכה האט ער אנגעטראפן די ריכטיגע און צוגעפאסטע פלאץ ממש פאר דעם – "קנין הוראה", וויאזוי די לימודים ווערן איבערגעבן קלאר און מסודר, באופן הנעים ביותר. ער האט אביסל געגעבן פאר די עולם צו טועם זיין א געשמאקע טעם פון די דריי חבורות וואס ער האט אנטייל גענומען און וויאזוי עס גייט צו די שיעורים וואס ער האט באטיטלט ממש ווי א גן עדן וואס ער האט אנדעקט אויף דער וועלט.
נאכ'ן מעמד זענען די דערהויבענע און גליקליכע תלמידי חכמים המסיימים צוגעגאנגען צו די מגידי שיעור אפנעמען די תעודות אויף וואס די חשוב'ע רבנים הבוחנים שליט"א שרייבן דברי שבח והילול און זענען מעיד אויף די הצלחה גדולה פון די חשוב'ע נבחנים שיחיו.
צום סוף האט זיך די גאנצע ציבור ארויסגעלאזט מיט פייערדיגע ריקודים לשמוח ולשוש בשמחת התורה ולומדיה. ס'איז שווער צו באשרייבן די שמחה וחדוה וואס האט דאן געהערשט ביי די חברי החבורות אז זיי האבן בס"ד זוכה געוועהן אנצקומען ביז אהער, א מאמענט וואס אסאך פון זיי האבן שווער געגלייבט אז זיי וועלן דעגרייכן. און בכלל זענען אלע אננוועזענדע געוועהן אין א טיפע התפעלות פון דעם שמחת התורה מיט אן התעוררות דקדושה זיך מיטצוכאפן אין דעם געווואלדיגע רעוועלאציע.
די חשובע משתתפים אין די חבורות פון איסור והיתר זענען געגאנגען צו צוויי גרויסע בתי שחיטה אין ניו יארק, מיטצוהאלטן און צוזעהן פון דער נאנט די אלע הלכות וואס מ'האט נארוואס קונה געוועהן.
קנין הוראה צוזאמען מיט בארימטע בית הוראה לעניני ריבית - ברית פינחס בראשות הרה"ג ר' פנחס ווינד שליט"א