א נייער שותפות

א נייער שותפות

August 18, 2024

א נייע פראגראם

מיט א שבח והודי' צום רבש"ע זענען מיר צופרידן צו מעלדן דער ציבור די בשורה טובה, איבער נאך א פאגראם אין קנין הוראה- דאס מאל אין הלכות ריבית. וואס וועט איבערגעגעבן ווערן צוזאמען מיט בארימטע בית הוראה לעניני ריבית - ברית פינחס בראשות הרה"ג ר' פנחס ווינד שליט"א וואס איז שוין היינט באקאנט ביים ציבור איבער זייער מהפיכה און אויפוואכונג אין די הלכות פון ריבית.

עס איז דא א מחשבה וואס מאכט זיך אפט ביי אסאך פון אונז: וואס האב איך שוין מיט הלכות ריבית, ס'איז דאך א זאך וואס איז מיר נאר נוגע אמאל א יובל, למעשה איז עס דאך נישט קיין זאך אינעם טאג טעגליכן לעבן?

ריבית: טאג טעגליך

די מציאות איז אבער אז איינער וואס האט שוין אמאל אריינגעבליקט אין אט די הערליכע און באזונדערע תורה שלימה, זעהט גלייך אז מ'רעדט דא פון זאכן וואס איז אונז נוגע יעדן טאג. זאל עס זיין ביי קינדער אין חדר וואס זוכן צו מאכן ביזנעס מיט די נאש ביי ריסעס, און אוודאי ווען מ'ווערט אביסל עלטער איז עס א דבר הנוגע בכל יום, וואס אז מ'האט א קנין מיט די גאנצע הילכתא אין די האנט, ווייסט מען קלאר וויאזוי זיך צו פירן אין יעדע צייט.

ווער רעדט נאך פאר בעלי בתים? אויב אמאל איז די עיקר האנדל אין שטעטל באשטאנען צווישן דער שוסטער און דער בעקער אדער ביים שענק, און די עיקר הלכות הנוגע בכל יום האט געמיינט זיך צו לערנען וויאזוי צו זאלצן און כשר'ן דאס הינדל און ריבית איז געוועהן נוגע פאר דער גביר אין שטאט. איז היינט די מצב אנדערש לגמרי, איינער וואס איז עוסק על המחיה וכלכלה קען זיך מאכן א ספק אין הלכות ריבית ביים ביזנעס אין יעדע צייט זאל עס זיין אויף א ביזנע"ס-לאו"ן אדער אריבערשיקן געלט צו אן אנדער לאנד, אזוי איז דא א לאנגע ליסטע פון שאלות און ספיקות וואס טרעפן זיך אין אפיס טאג-טעגליך, און אזוי איז היינט ביי יעדן איינער- אפילו אן אינגערמאן אין כולל- פארמאגט יעדע א באנק-אקאונ"ט אדער קרעדיט קארטלעך, צו זאל עס זיין א פעימענ"ט-פלאן אדער פשוט'ע שכר-לימוד, איז עס א געוואלדיגע קנין צו האבן א קלארקייט אין הלכות ריבית מיט די סוגיא אין די הענט כמונח בקופסא.

א גענצליך נייע פראגראם

יעצט האבן מיר אינאיינעם מיט די בית הוראה לעניני ריבית ברית פינחס אויסגעארבעט א קלארע מהלך און סדר ווי אזוי איר ר' איד וועט קונה זיין גאנץ הלכות ריבית. 

די פאגראם וועט זיך אנפאנגען אין די נעקסטע וואכן און במשך די קומענדיגע יאר הבעל"ט וועלן ווערן איבערגעגעבן די שיעורים דורך הגאון רבי פינחס ווינד שליט"א  אליין (געוויסע שיעורים וועלן ווערן איבערגעגעבן דורך לאקאלע רבנים חשובים שליט"א) וועלכע וועט פארלערנען פאר די חברי החבורה- סיי בני תורה און סיי בעלי בתים חשובים- אינערווייניג אין שולחן ערוך הלכות ריבית פון די פשוטע יסודות ביז הלכה למעשה.

אויך זענען געדרוקט געווארן  קונטריסים און חומר סעפעציעל אויסגעשטעלט פאר דעם פראגראם  און אזוי אויך וועט כסדר זיין בחינות זיך צו קענען איבערצייגן אין די אייגענע הצלחה און ידיעה אין הלכות ריבית בס"ד.

צום סוף וועלן די גליקליכע משתתפי החבורה וואס האבן מיטגעהאלטן מרישא עד גמירא און זענען בקיאים בהלכות ריבית ערהאלטן תעודות פונעם בית הוראה לעניני ריבית. און מער ווי דעם אלעם וועט איר ערהאלטן דער טעם און הרגשה וואס איז נישט דא אין גלייכן- זייענדיג א תלמיד חכם וואס האט ביי זיך אין די האנט די זעלטענע און שלימות'דיגע קנין פון גאנץ הלכות ריבית כמונח בקופסא.

דער נאמבער זיך איינצושרייבן איז:929-577-9353.

ובשם ה' נעשה ונצליח

Latest Articles

All Articles
שמחת תורה

שמחת תורה

א באריכט פונעם אייגענארטיגן שמחת תורה פייערונג דעם פארגאנגענעם א' סליחות דורך קנין הוראה

נייעס
געלעבט די הלכה

געלעבט די הלכה

די חשובע משתתפים אין די חבורות פון איסור והיתר זענען געגאנגען צו צוויי גרויסע בתי שחיטה אין ניו יארק, מיטצוהאלטן און צוזעהן פון דער נאנט די אלע הלכות וואס מ'האט נארוואס קונה געוועהן.

נייעס
אכשר דרא!

אכשר דרא!

מתוך דברי הגאון רבי אלעזר ניסן רובין שליט"א ביים מעמד פתיחה פאר די פינף פריש געגרינדעטע חבורות אינערהאלב מסגרת "קנין הוראה", יום א' פר' וירא העעל"ט:

נייעס