פרייליכע באריכט איבער די התייסדות פון א פרישע קבוצה אין הלכות שבת

פרייליכע באריכט איבער די התייסדות פון א פרישע קבוצה אין הלכות שבת

July 16, 2024

מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די פריידיגע בשורה ביי שוחרי התורה און דעם חרד'ישן ציבור אין ניו יארק אז נאך די גרויסע נאכפראגע פונעם ציבור וועט געעפנט ווערן א פרישע חבורה צו לערנען הלכות שבת אין דעם מסגרת פון דעם קנין הוראה פראגראם.

דורכאויס די ערשטע צוויי וואכן וואס די שיעורים אינערהאלב די פראגראם ווערן איבערגעגעבן איז אנגעזען געווארן א שטארקע צופרידנהייט און שמחת התורה ביי די צענדליגע משתתפי החבורה. פילע משתתפים האבן ארויסגעברענגט זייער געוואלדיגע התרגשות איבער די הצלחה למעלה מן המשוער וואס זיי האבן געהאט ביי דעם חבורה און די ווייטגרייכנדע רעזולטאטן וואס דאס מיט זיך געברענגט.

איינע פון די חשוב'ע משתתפים האט איבערגעגעבן אז נאכ'ן זיך באטייליגן ביים ערשטן שיעור אינערהאלב די מסגרת, אנקומענדיג צו זיך אינדערהיים איז אים די גאנצע פאמיליע קעגנגעקומען אין בגדי שבת און אפגעראכטן א פייערליכע מסיבה של מצוה צו פראווענען דעם געוואלדיגן שמחה אז "טאטי ווערט א רב". די שמחה און שטאלץ וואס דאס האט אריינגעברענגט ביי די קינדער און בני בית איז אומבאשרייבליך און עס איז איבריג צו זאגן אז די השפעה און אפקלאנג פון די שיעורים האבן א שטארקע השפעה אויף די סביבה און אלע ארומיגע, ווען די בני המשפחה און ידידים ווייסן אז דער משתתף השיעור איז באקאנט מיט די הלכות און זיך פארהערט דערויף.

א צווייטע חבר אין די מסגרת קנין הוראה וועלכע האט שטארק הנאה געהאט פון די ערשטע צוויי שיעורים האט אויסגעצאלט פאר זיין חברותא, און זיין איידעם ווי אויך דעם איידעמ'ס חברותא, אז זיי זאלן אלע קענען זיין א חלק פון דעם פראגראם, זעענדיג דערביי די געוואלדיגע תועלת און השפעה וואס דאס ברענגט.

די פרישע שיעור איז צושטאנד געקומען נאך אימערמידליכע כחות און ארבעט וואס די חברי ההנהלה האבן אריינגעלייגט אין דעם פראיעקט. די נויט פאר נאך א חבורה האט זיך אנגעזען נאכדעם וואס די פלוס פון איינגעשריבענע זענען איבערגעשטיגן אלע ערווארטונגען און עס איז אנגעזען געווארן די שטארקע אהבת התורה ביים ציבור וועלכע האט זיך ווארעם אנגעשלאסן אין דעם הייליגן חבורה. צענדליגע זענען בלית ברירה געווארן אפגעזאגט נאכדעם וואס די פלאץ האט נישט געקענט פארנעמען אזא פלייץ פון איינגעשריבענע.

כאטש וואס עס איז נישט לייכט אנגעקומען פאר די עוסקים במלאכת הקודש אוועקצושטעלן נאך א חבורה אין די פארנומענע טעג נאכ'ן אוועקשטעלן דעם ערשטן חבורה, האבן אבער די חברי ההנלה זיך גערעכענט מיט דעם שטארקן געברויך פון דעם ציבור המבקשים לשמוע את דבר ה', וועלכע בעטן זיך "ותן חלקנו בתורתיך" וועלנדיג אנשליסן א הייליגע קשר מיט די תורה הק' ולדעת את המעשה אשר יעשון. באזונדער האבן די רבני המפעל ארויסגעברענגט זייער דעת תורה אז אלע פעולות זאלן געטון ווערן אז אויך די פרישע נרשמים זאלן קענען אקאמאדירט ווערן טראץ די מאנגל אין פלאץ.

לאור זאת איז קנין הוראה ארויסגעקומען מיט א פרישע קריאת קודש פאר אלע אידן וועלכע שטרעבן צו שטייגן און קונה זיין א קלארקייט אין הלכה און הלכות שבת בפרט, אז זיי זאלן זיך אנשליסן אין דעם הייליגן חבורה בעוד מועד אין די יעצטיגע קומענדיגע טעג. די פרישע חבורה וועט שוין אנהייבן קומענדיגע וואך, און דערפאר איז וויכטיג אז יעדער וואס וויל אנטייל נעמען אין דעם פראגראם זאל זיך ווי שנעלער איינשרייבן, און אזוי ארום וועט מען פארמיידן שפעטער'דיגע עגמת נפש און מען וועט קענען בעז"ה אקאמאדירן דעם געברויך לשביעת רצון הציבור.

אין די יעצטיגע טעג קומען פאר די סאמע לעצטע הכנות פאר דעם פרישן חבורה וואס וועט פארגעלערנט ווערן דורך דעם אויסגערופענעם דיין, הגאון רבי שמואל בער ווייס שליט"א, וועלכע איז באקאנט אלס בקי און מומחה אין הלכות שבת.

זיך איינצושרייבן, דרוקט דא אדער רופט אריין אין אפיס: 929-577-9353

Latest Articles

All Articles
שמחת תורה

שמחת תורה

א באריכט פונעם אייגענארטיגן שמחת תורה פייערונג דעם פארגאנגענעם א' סליחות דורך קנין הוראה

נייעס
געלעבט די הלכה

געלעבט די הלכה

די חשובע משתתפים אין די חבורות פון איסור והיתר זענען געגאנגען צו צוויי גרויסע בתי שחיטה אין ניו יארק, מיטצוהאלטן און צוזעהן פון דער נאנט די אלע הלכות וואס מ'האט נארוואס קונה געוועהן.

נייעס
א נייער שותפות

א נייער שותפות

קנין הוראה צוזאמען מיט בארימטע בית הוראה לעניני ריבית - ברית פינחס בראשות הרה"ג ר' פנחס ווינד שליט"א

נייעס