שטייענדיג בלויז אייניגע חדשים נאכ'ן גרינדונג פון דעם חידוש'פולן אונטערנעמונג פון קנין הוראה טוען זיך שוין אנזען די גוטע פירות פון דעם אויסגערופענעם פראגראם. דורכאויס די ערשטע צען וואכן האבן קרוב צו הונדערט בני החבורה, בעלי בתים און לומדים צוגלייך, פון ביידע חבורות אינערהאלב די מסגרת קנין הוראה – נתיב איסור והיתר און נתיב השבת – זיך פארהערט ביי די וועד המסמיכים אין קנין הוראה. עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן די געוואלדיגע הצלחה און סייעתא דשמיא וואס האט זיך אנגעזען ביי די משתתפי המסגרת וועלכע האבן ארויסגעגעבן זייערע קענעטניסן און מומחיות אויף א מייסטערליכן פארנעם ביי די בחינות. די בוחנים האבן אויסגעדרוקט זייער טיפע התפעלות אויף די שטארקע הצלחה, וועלכע טוט איבערשטייגן אלע ערווארטונגען.
איינע פון די חשוב'ע דיינים האט איבערגעגעבן אז ביים אויספרעגן די שאלות צווישן די משתתפים האט ער זיך גערעכענט אז ער וועט פרעגן גרינגערע שאלות, פארשטייענדיג אז עס האנדעלט זיך פון בעלי בתים וועלכע מושטענען זיך צו לערנען. צו זיין גרויס ערשטוינונג האט ער באלד אנהייב איינגעזען אז ער וועט מוזן פרעגן ערנסטע פראגן פון די עולם, ווייל עס האנדעלט זיך פון חברי המסגרת וואס האבן גוט קונה געווען די לימודים און זענען גוט באהאווענט אין די זאך.
די בני החבורה האבן משקיע געווען געוואלדיגע כחות און ענערגיע משלים צו זיין די לימודים אויפ'ן שטערקסטן פארנעם. פאר די לימוד התורה און כבוד שמים וואס איז דערפון ארויסגעקומען האט זיך שוין די גאנצע הארעוואניע אויסגעצאלט. איינע פון די משתתפים האט דערציילט אז ער האט געלערנט פיר שעה שבת נאכמיטאג אין בערפארברייטערונג צום פארהער. א צווייטער האט איבערגעגעבן אז ער האט זיך געזעצט לערנען מוצאי שבת זיך צו גרייטן פאר'ן פארהער און דאס האט אנגעצויגן פאר איבער זעקס שעה נאכאנאנד! ווי עס ווייזט אויס האט זיך דאס טאקע אויסגעצאלט העכער אלע ערווארטונגען און הזורעים בדמעה ברנה יקצורו!
אצינד זענען פארהאן חבורות אין הלכות שבת, און אין איסור והיתר און די רבנים און חברי ההנהלה זיצן נישט מיט קיין פארלייגטע הענט און מען ארבעט פיבערהאפטיג צוצוגרייטן די קומענדיגע פאזעס פון דעם פראגראם: די חבורות אויף הלכות טהרה און דיני ממונות, וועלכע וועלן זיך אנהייבן קומענדיגן יאר בעז"ה.
אין די יעצטיגע טעג ווען מיר קלאגן אויף דעם חורבן בית המקדש שטייט פאר אונזערע אויגן די ווערטער פון די הייליגע חכמים "אין לו להקב"ה בעולמו אלא ד' אמות של הלכה". יעצט ווען די שכינה הק' איז אין גלות דרייט זיך דער באשעפער צווישן די ווענט בית המדרש וואו לומדי תורה זיצן און לערנען די וויכטיגע הלכות פון די תורה. דער באשעפער זאל העלפן אז בזכות די לימוד התורה און כבוד שמים זאלן מיר שוין טאקע זוכה זיין צום גאולה שלימה בב"א.
די חשובע משתתפים אין די חבורות פון איסור והיתר זענען געגאנגען צו צוויי גרויסע בתי שחיטה אין ניו יארק, מיטצוהאלטן און צוזעהן פון דער נאנט די אלע הלכות וואס מ'האט נארוואס קונה געוועהן.
קנין הוראה צוזאמען מיט בארימטע בית הוראה לעניני ריבית - ברית פינחס בראשות הרה"ג ר' פנחס ווינד שליט"א